מאנהעטן – ניו יארק סיטי באאמטע און די פאליציי דעפארטמענט מאכן מאסיווע צוגרייטונגען צו פרעזידענט טראמפ'ס באזוך מארגן זונטאג אין ניו יארק סיטי, וואס וועט זיין זיין צווייטער באזוך אין דער שטאט זינט'ן איינשווערונג, אבער דאס ערשטע מאל זינט דאן וואס ער וועט איינשטיין אין טראמפ טאוער. טראמפ וועט אנקומען קיין ניו יארק סיטי זונטאג, און וועט דערנאך פארן מאנטאג אינדערפרי קיין וואשינגטאן פאר איין טאג, און צוריקקומען מאנטאג נאכט צו דער סיטי און פארבלייבן ביז מיטוואך. א ווארטזאגער פאר די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט, סטיווען דעיוויס, האט געזאגט אז די פאליציי זענען אייביג גרייט, אפילו דער פרעזידענט זאל מעלדן א פלוצימדיגע באזוך נאך היינט, און ענליך האט מעיאר דעבלאזיא קאמענטירט אז ניו יארק סיטי איז די בעסטע אויסגעשטאט אויפצונעמען א באזוך פונעם אמעריקאנער פרעזידענט. א שאצונג צייגט אז עס וועט קאסטן פאר די סיטי ארום 300 טויזנט דאלאר פער טאג פונעם פרעזידענט'ס באזוך, און מען קען אויך ערווארטן גאר שווערע טראפיק אין גאנץ מאנהעטן.

בילד: ניו יארק גרייט זיך פאר טראמפ באזוך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל