קאליפארניע – דער אנליין ריז "עמעזאן" האט אנגעהויבן פארשן די פארגעשריטענע טעכנאלאגיע דורך וועלכע מען קען פראדוצירן פארטיגע מאלצייטן וועלכע דארפן נישט צוקומען צו פרידזשידערס און מען ווארעמט עס אן אין געציילטע מינוט אינעם מייקראוועיוו. די סארט עסנווארג ווערט שוין יארן גענוצט דורך דעם אמעריקאנער מיליטער און איז שוין דא אויפן אמעריקאנער עסנווארג מארקעט עטליכע יאר אויף א קליינעם פארנעם, און עמעזאן וויל אנהייבן מאסן-פראדוקציע דערפון, און עס פארקויפן דורך איר וועבסייט און אירע ספעציעלע "עמעזאן פרעש" סערוויס וואו זי פארקויפט גראסערי פראדוקטן. די פרישע שריט פון עמעזאן צו פארשן די עסנווארג טעכנאלאגיע, איז טייל פון איר פרואוו זיך אריינצוברעכן אינעם 700 ביליאן דאלערדיגן גראסערי אינדוסטריע אין אמעריקע, וואס דאס האט אויך געפירט צו איר באשלוס אפצוקויפן דעם "האלל פודס" געשעפטן נעץ פאר די סומע פון 13.7 ביליאן דאלאר.

בילד: עמעזאן זוכט עסנווארג טעכנאלאגיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל