סינגאפור – אינעם לאנד סינגאפור האבן די אויטאריטעטן באוויזן צו ברענגען א רעאליטעט פון גאר ווייניג קרימינאליטעטן, און עס האלט ביי א צושטאנד אז די פאליציי און אנדערע געזעץ-אינפארסירונג אגענטור האבן ממש נישט וואס צו טאן, וואס דאס האט געפירט צום פאלגענדן מאדנעם אינצידענט: א זעכציגער יעריגער בירגער איז אונטער ערנסטע אויספארשונג איבער פארדאכטן אז ער האט אריינגעשטאכן עטליכע ציין שטעכערס אין די סחורה פון א פובליק באס, און עס ווארט אים צוויי יאר טורמע אויב ווערט ער געפינען שולדיג דערויף. די "ערנסטע" קרימינאלע אקט איז אויפגעדעקט געווארן דורך א רייזנדער וועלכער האט באמערקט די ציין שטעכערס אויפן זיץ און האט דאס באלד באריכטעט פאר די פאליציי, וועלכע האבן נאכגעקוקט פארשידענע סורוועילענס קאמערעס און דערגאנגען צום אידענטיטעט פונעם "שרעקליכן" קרימינאלן פארשוין. דער אינטערעסאנטער אינצידענט דערמאנט איינס פון די סלאגאנען פון די סינגאפורער רעגירונג: "נידריגע ראטע קרימינאליטעטן, מיינט נישט ממש גארנישט קיין קרימינאליטעטן"...

בילד: ווען עס זענען נישטא קיין קרימינאלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל