וויצע פרעזידענט מייק פענס טוט אין די טעג אפהאלטן א דיפלאמאטישע רייזע אין סאוט אמעריקע, און האט היינט אפגעשטאט א באזוך אין א קאמיוניטי צענטער אין קאלאמביע ווי ער האט זיך געטראפן מיט פליכטלונגען וועלכע זענען אנטלאפן פון די שוידערליכע אומשטענדן אין ווענעזועלע, פענס האט זיי פארשפראכן אז ״אמעריקע וועט נישט שטיין אין זי זייט ווען ווענעזועלע ווערט צוברעקלט״ און אנגעדייטעט אז אמעריקע איז גרייט צו נעמען א מער אקטיווע צוגאנג צו דעם פראבלעם פון ווענעזועלע ווי די מאדורא רעזשים טוט פארפייניגן און אויסהונגערן זייערע אייגענע בירגער, ער האט אויך געזאגט אז ״פרעזידענט טראמפ האט זייער קלאר געזאגט אז אמעריקע וועט נישט ערלויבן ווענעזועלע צו פארוואנדלט ווערן אין א דיקטאטורשאפט״

דאס קומט נאכדעם וואס פרעזידט טראמפ האט דעם שבת געזאגט אז ער שליסט נישט אויס די מעגליכקייט אז אמעריקע זאל מיליטעריש אינטערווענירן אין ווענעזועלע. די סטעיטמענט האט אנגעמאכט שטארקע דיפלאמאטישע שאדן וויבאלד די קאאליציע פון לאטיין אמעריקאנער לענדער וועלכע האבן אין די לעצטע וואכן פארדאמט מאדורא און זיין רעזשים האבן יעצט פארדאמט פרעזידענט טראמפ פאר זיינע ווערטער, און אזוי אויך טוט עס אנמאכן שאדן פאר די אפאזיציע אין ווענעזועלע וויבאלד מאדורא קען זיי אראפמאלן אלס ״פאררעטער״ און אז זיי זענען טייל פון א אמעריקאנער קאנספיראציע צו אומווארפן די רעזשים דורך א מיליטערישע אינוואזיע.

בילד: אמעריקע נעמט שטרענגערע שטעלונג איבער ווענעזועלע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל