שווערע ראיאטן וועלכע האבן אויסגעבראכן אין שארלאטעסוויל דעם שבת האבן ערוועקט א גאר שטורעמישע רעאקציע אין אמעריקע. די קייט פון געשעענישן האבן זיך אנגעפאנגען ווען א גרופע ווייסע נאציאנאליסטן האבן ארגאניזירט א גרויסע ראלי צו ״באשיצן״ א מאנומענט אין שארלאטעסוויל ווירדשיניע וועלכע איז אין געפאר פון ווערן אראפגענומען דורך די לאקאלע אויטאריטעטן, עס האנדלט זיך פון א מאנומענט וועלכע טוט באעהרן דעם קאנפעדערעט גענעראל ראבערט לי, און עס ווערט געפלאנט צו צונומען ווערן אלס טייל פון א נאנציאנאלע פארזוך צו ענדיגן די טראדיציע פון באהערן די וועלכע האבן געקעמפט פאר קנעכטשאפט און סעגרעגאציע.

די נאציאנאליסטן גרייטן זיך שוין וואכן פאר די פראטעסט און האבן באוויזן צו צוזאמענברענגען א גרויסע צאל פון העסליכע אקטיוויסטען וועלכע האבן געטראגן נאצישע פענער און געהאלטן ראסיסטישע שילדן. עס האט זיך געמאכט א קאנטער פראטעסט אנגעפירט דורך א גרופע פון אנטי-פאשסיטן וועלכע רופן זיך אנטיפא, א גרופע וועלכע ווערט פארדאמט דורך פילע צוליב זייער ווילדער צוגאנג. די ראלי איז גאנץ שנעל פארוואנדלט געווארן אין א ברוטאלע קאנפראנטאציע צווישן די פאשיסטן און די קאנטער פראטעסטן, און עס האט געברענגט צו שווערע פיזישע קאנפראנטאציעס צווישן די גרופעס.

די כאאטישע פראטעסט איז געווארן טויטליך ווען איינער פון די פאשיסטן, א פארשוין דשעימס אלעקס פיעלדס פון אהייא איז אריינגעפארן מיט זיין אויטא אין א גרופע פראטעסטירער און דערמארדעט איין פרוי און פארוואונדעט נאך 19 פון די פראטעסטירער. די אומגעקומענע איז העטער הייער א 32 יעריגע פרוי. אזוי אויך האט די פראטעסט געקאסט נאך לעבנס ווען צווי פאליציאנטן זענען אומגעקומען אין א העליפקאפטער קראך, די פאליציאנטן האבן זיך געפונען אויף א מיסיע צו באוואכן די פראטעסטן.

בילד: אמעריקע צורודערט פון שווערע געשעענישן אין ווירדשיניע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל