דער פרעזידענט פון סאוט קארעא דשעי-אין מאָן האט אין א באגעגעניש מיט הויכראנגיקע אמעריקאנער באאמטע זיי געבעטן צו נידערן די טענער ארום די לעצטע אנטוויקלונגען מיט נארט קארעא, און אנגעוויזן אז די רעטאריק לייגט אריין זיין לאנד אין באלדיגע געפאר, פרעזידענט מאָן האט אין זיין פרעזידענטליכע קאמפיין פארשפראכן צו זוכן א דיפלאמאטישע לעזונג צו די קריזיס מיט נארט קארעא, און גלייבט אז דירעקטע געשפרעכן זענען וויכטיג צו דערגרייכן א לעזונג.

אזוי אויך האט דער הויפט אויסערן פאליסי ראטגעבער פאר דעם פרעזידענט פון סאוט קארעא האט אין א געשפרעך מיט דער אמעריקאנער פרעסע געזאגט אז זיין לאנד איז אומצופרידן מיט די רעטאריק פון וואשינגטאן איבער סאוט קארעא, זאגנדיג אז זיי זענען געוואן אנטוישט פון דעם פרעזידענט׳ס עפנטליכע קאמענטארן נאכדעם וואס דער פרעזידענט פון סאוט קארעא האט אין א טעלעפאן געשפרעך מיט פרעזידענט טראמפ א טאג פריער אים געבעטן צו נידערן די טענער און נישט נוצן קיין ווילדע רעטאריק. דער פרעזידענט מאָן דשעי-אין פון סאוט קארעא פרובירט צו נעמען א מעסיגערע טאן ווען עס קומט צו נארט קארעא, און טוט שטופן פאר א דיפלאמאטישע לעזונג צו די קריזיס, ספעציעל נעמנדיג אין באטראכט אז אין פאל פון א קריג וועט סאוט קארעא זיין די ערשטע צו ליידן די קאנסעקווענצן, דער ראטגעבער האט געזאגט אז די סטעיטמענט איז געווען א שאק צו נארט קארעא און אויסגעדריקט זארג אז פרעזידענט טראמפ פארשטייט נישט פולשטענדיג די סיטואציע.

בילד: סאוט קארעא איז אומצופרידן פון פרעזידענט טראמפ׳ס דראאונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל