לאנדאנער איינוואוינער האבן שווער אויפגענומען די נייעס אז דער פראמינענטער זייגער וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אין א סימבאל פאר די שטאט וועט צום ערשטן מאל אין איר 158 יעריגע היסטאריע ווערן אפגעשטעלט פאר 4 יאר צוליב קריטישע רענאוואציע ארבייט וועלכע פאדערט זיך עס צו פרעזערווירן. עס וועט מער נישט קלונגען יעדע פערטל שטונדע אזוי ווי ביז היינט. די ריזיגע זייגער מיט איר 13 טאניגער גלאק וועט אריבערגיין א 40 מיליאן דאלערדיגע רענאוואציע פראיעקט, דאס לעצטע מאל וואס די זייגער איז פארשטילט געווארן איז געווען דורכאויס מאמענטן פון נאצינאנאלע טרויער ווי צום ביישפיל די באגרעבניש צערעמאניע פון טשורטשיל.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה