ריא – א ספעציעלע אפשטימונג וואס איז נעכטן אפגעהאלטן געווארן אינעם נידריגערן קאנגרעס אין בראזיל, האט געראטעוועט דעם ארטיגן פרעזידענט מישאל טעמער (Michel Temer) פון זיך רוקן נענטער ארויסגעווארפן צו ווערן פון אמט. טעמער ווערט באשולדיגט אין מאסיווער קארופציע, דורך אקצעפטירן געלטער פון גרויסע פירמעס אין אויסטויש פאר טובות, און נעכטן האט מען אינעם נידריגן קאנגרעס געשטימט צי מ'זאל רעקאמענדירן אז די קארופציע קלאגעס קעגן טעמער זאלן אריינגעפירט ווערן צום העכסטן געריכט אין לאנד, וואס מ'גלייבט אז טעמער וואלט געווען געצוואונגען אפצוטרעטן אויב וואלט עס דער קאנגרעס רעקאמענדירט. ביי דער ענדע האבן גענוג קאנגרעסלייט געשטימט קעגן אריינפירן די קלאגעס צום העכסטן געריכט, וואס האט געראטעוועט טעמער, אבער נאר אויף צייטווייליג, ווייל פעדעראלע פראקורארן זאגן אז זיי גרייטן זיך ארויסצושטעלן נאך ערנסטערע קארופציע קלאגעס קעגן טעמער, וואס דאס וועט מען שוין נישט קענען אפשיבן און פארווישן.

בילד: בראזיל פרעזידענט פארבלייבט דערווייל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל