וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן מיטוואך אונטערגעשריבן א געזעץ ארויפצושטעלן נייע סאנקציעס אויף רוסלאנד, און האט דערמיט צוגעלייגט א סטעיטמענט אז זיין אדמיניסטראציע וועט טאקע אינפארסירן די סאנקציעס, אבער ער האט פראגעס און רעזערוואציעס איבער דער קאנסטיטוציאנעלער אויסגעהאלטנקייט פון די סאנקציעס און איבער'ן אימפאקט וואס עס וועט האבן אויף רוסלאנד און אנדערע לענדער. די סאנקציעס זענען באשטעטיגט געווארן אין לויף פון די לעצטערע וואכן דורך קאנגרעס און סענאט, און עס אנטהאלט א פראוויזיע וואס זאגט קלאר אז טראמפ אליינס האט נישט די אויטאריטעט אראפצונעמען אדער לויזער מאכן די סאנקציעס, און אויב וויל ער עס יא טאן, וועט ער דארפן אנפרעגן ערלויבעניש פון קאנגרעס. אין רעאקציע צו טראמפ'ס אונטערשרייבן די סאנקציעס, האט די רוסישע רעגירונג געזאגט אז דאס באדייט אז אמעריקע האט דערקלערט א האנדלס קריג קעגן רוסלאנד. רוסלאנד'ס פרעמיער מיניסטער דעמיטרי מעדוועדעוו האט זיך געלאזט הערן, זאגנדיג אז דער פאקט אז טראמפ האט אונטערגעשריבן די סאנקציעס, צייגט אז ער איז א שוואכלינג, און די קומענדיגע זאך וואס די אמעריקאנער "עסטאבלישמענט" גייט טאן איז ארויסווארפן טראמפ פון אמט.

בילד: רוסלאנד: סאנקציעס זענען האנדלס קריג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל