וואשינגטאן – טראמפ'ס נייער שטאב הויפט, דזשאן קעלי, האט אין די לעצטע 48 שטונדן באפעסטיגט זיין פאזיציע אלס "דע פאקטא פרעזידענט", וואס דאס איז עכט די ארבעט פונעם ווייסן הויז שטאב הויפט, צו דינען ווי דער פרעזידענט אליינס און באשליסן וואס יא און וואס נישט. עטליכע באריכטן האבן דערציילט אינטערעסאנטע דעטאלן וויאזוי קעלי האט באוויזן אנצושרעקן יעדן איינציגן איינגעשטעלטן אין ווייסן הויז אים צו פאלגן און נישט טאן קיין שום זאך אן דעם וואס ער ווייסט דערפון.

"אקסיאס" באריכטעט אז אין די ערשטע זעקס מאנאטן פון טראמפ'ס פרעזידענטשאפט, איז די טיר פונעם אוועל אפיס אייביג געווען אפן און ווער ס'האט געוואלט, האט געקענט אריינקומען שמועסן מיט'ן פרעזידענט. פון קעלי'ס ערשטע פארארדענונגען איז געווען צו פארשארפן און פארמאכן די טיר פונעם אוועל אפיס, און אויב וויל מען אריינגיין צום פרעזידענט, דארף מען קודם אנפרעגן ביי אים. דער זעלבער באריכט צייגט אויך אז אפילו טראמפ'ס נאענטסטע, א שטייגער ווי דזשעראד קושנער, האבן זיך גענומען פאלגן קעלי'ן.

קעלי האט אויך באוויזן אפצושטעלן, אמווייניגסטנס צייטווייליג, די אנגעצויגנקייט צווישן פרעזידענט טראמפ און אטוירני דזשענעראל סעשאנס, און קעלי האט טעלעפאנירט סעשאנס אים צו זאגן אז זיין דזשאב איז פארזיכערט און טראמפ זוכט בכלל נישט פטור צו ווערן פון אים. קעלי האט געזאגט פאר סעשאנס אז טראמפ איז נאך אלץ ברוגז אויף אים וועגן דער רוסלאנד אויספארשונג, אבער די דראמא און נאכאנאנדע ווילדע אטאקעס פון טראמפ קעגן סעשאנס, וועט קומען צו אן ענדע א דאנק קעלי.

בילד: דזשאן קעלי באפעסטיגט פאזיציע אלס "דע-פאקטא פרעזידענט"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל