פירמעס וועלכע נוצן די עמעזאן פלאטפארמע צו פארקויפן פראדוקטן, און די וועלכע האנדלן הויף עמעזאן דרוקן אויס אומצופרידנהייט מיט די נייע פאליסיס פון עמעזאן וועלכע וועט ערלויבן פאר פראדוקטן וועלכע ווערן נישט פארקויפט דורך די עמעזאן וועירהויז נאר ווערט אפגעשיקט דירעקט פונעם פארקויפער צו ווערן אויטאמאטיש בארעכטיגט און באשטעטיגט דעם ריטוירן, וואס באדייט אז דער קויפער דארף נישט שרייבן צום פארקויפער און אנגעבן א סיבה פארוואס ער וויל צוריקשיקן דעם פראדוקט, נאר וועלן קענען ארויספרינטן א ריטוירן לעיבל אויטאמאטיש און צוריקשיקן.

פארקויפער רעדן זיך שוין לאנג אפ איבער די אגרעסיווע פאליסיס פון עמעזאן ווען עס קומט צו פארקויפער, זיי נוצן אויס די פארקויפער צו שאפן א גרויסע אויסוואהל און ציען קליענטן, אבער באגייען זיך גאר שלעכט צו די פארקויפער, פילע פארקויפער רעדן זיך אפ אז די נייע פאליסיס וועלכע גייען אריין אין קראפט אקטאבער 2 וועלן האבן א שווערע עפעקט אויף קליינע ביזנעסער וועלכע פארדינען נישט גענוג זיך צו קענען ערלויבן אזעלכע גרינגע ריטוירן פאליסיס. עמעזאן זאגט אבער אז פירמעס וועלן קענען בעטן ספעציעלע ערלויבעניש צו אויסשליסן געוויסע פראדוקטן פון די פאליסי.

בילד: עמעזאן פארקויפער ברויזן אויף נייע ריטוירן פאליסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל