די דאו דשאונס רעקארד האט צום ערשטן מאל אין היסטאריע געגרייכט העכער 22,000 פונקטן, צום  ערשטן מאל אין די היסטאריע, א 11 פערצענט העכערונג אין די לעצטע 6 חדשים, א צייכן אז די עקאנאמיע וואקסט און עס הערשט א קאנפידענץ צווישן אינעווסטירער איבער די עקאנאמישע צושטאנד, פרעזידענט טראמפ האט שטארק באגריסט די נייעס און אנגעוויזן אז עס איז א דאנק זיינע עקאנאמישע פאליסיס וואס די סטאק מארקעטס האבן שוין געבראכן עטליכע רעקארדס אין די לעצטע מאנאטן.

די אויפשטייג קומט טיילווייז צוליב א שטארקע העכערונג אין די ווערט פון עפל סטאקס וואס איז ערויף מיט איבער 5 פערעצענט נאכדעם וואס די פירמע האט געמאלדן איבער שטארקע פארדינסטן אין די לעצטע קווארטאל, אבער דאס קומט מיט געמישטע נייעס וויבאלד גלייכצייטיג איז דער אמעריקאנער דאלער שטארק געפאלן, און האט פארלוירן ארום 10 פערצענט ווען עס ווערט פארגליכן צו די דורכשניט פון 10 אנדערע וואלוטעס איבער די וועלט, און ווערט צוגעטיילט צו די פראבלעמען פון טראמפ אין די לעצטע וואכן צו שטופן פאראויס זיין אגענדע, א זאך וואס טוט דערווייטערן אויסלענדישע אינוועסטירער.

בילד: סטאק מארקעט צייכנט אפ היסטארישע רעקארד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל