קאראקאס – מען האט נישט דערווארט אז ניקאלעס מאדורא, דער ווענעזועלער פירער וועלכער פירט זיך אויף אין די לעצטע מאנאטן ווי א דיקטאטור, זאל אפהאלטן יושר'דיגע און אויפריכטיגע וואלן, אבער נעכטן האט מען באקומען באווייזן דערויף, ווען די פירמע וועלכע האט צוגעשטעלט פאר דער ווענעזועלער רעגירונג די וואל מאשינען, האט געזאגט אז די מאדורא רעגירונג האט זיך ארומגעשפילט מיט די וואל ציפערן ביים ציילן די אפגעגעבענע שטימען פונעם ספעציעלן עלעקשאן וואס איז אפגעהאלטן געווארן זונטאג, וואו מאדורא האט געוואונען די רעכט צו גרינדן א ספעציעלן אסעמבלי וואס וועט טוישן די קאנסטיטוציע אים צו געבן מער מאכט. דער מאדורא רעזשים זאגט אפיציעל אז עס זענען ארויסגעקומען 8.1 מיליאן מענטשן צו שטימען, אבער "סמארטמעטיק", די פירמע וועלכע שטעלט שוין צו וואל מאשינען פאר ווענעזועלע זינט 04', זאגט אז זיי האבן קלארע באווייזן אז אמווייניגסטנס 1 מיליאן שטימען זענען געווען געפעלשט און צוגעלייגט דורכ'ן רעזשים. "רויטערס" האט באזונדער נאכגעברענגט פון קוועלער אז אום 5:30 זונטאג נאכמיטאג זענען געווען אפגעגעבן בלויז 3.7 מיליאן שטימען, און ס'איז אוממעגליך אז מער ווי פיר מיליאן בירגער האבן אפגעגעבן זייערע שטימען אין די איינס און א האלב שטונדע פון 5:30 ביז 7:00 ווען די וואל בודקעס האבן זיך געשלאסן.

בילד: ווענעזועלע וואל ציפערן געווען געפעלשט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל