דער פרעזידענט האט זיך היינט אומגעקערט קיין וואשינגטאן פאר איין טאג ווי ער איז ערווארטעט צו מעלדן איבער א ספעציעלע אויספארשונג קאמיטע וועלכע וועט אריינקוקן אין מעגליכע האנדלס פארלעצונגען וועלכע כינע פירט דורך, הויפטזעכליך מיט׳ן זיך באנוצן אומלעגאל מיט אמעריקאנער פאטענטן, און צורויבן אמעריקאנער ערפינדונגען. אזא אויספארשונג קען עווענטועל פירן צו געוויסע סאנקציעס, א זאך וואס איז ערלויבט אונטער די יעצטיגע האנדלס אפמאך, אבער אמעריקע האט שוין נישט געטוהן פאר צענדליגע יארן, ספעציעל זינט 1995 ווען עס איז געגרינדעט געווארן די וועלט׳ס האנדלס ארגאניזאציע. די אויספארשונג וועט געפירט ווערן דורך דעם ספעציעלן פארשטייער וועלכער דער פרעזידעט האט געשטעלט איבער כינע ראבערט לייטיזער, און כינע האט שוין אויסגעדריקט זייער קעגנערשאפט צו דעם שריט זאגנדיג אז עס טוט פארסמ׳ן די עקאנאמישע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער.

בילד: פרעזידענט פארארדנט אפיציעלע אויספארשונג איבער כינע׳ס מעגליכע האנדלט פארלעצונגען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל