גאווערנער קאומא האט צוריק אויפגעלעבט אן אלטע פלאן וועלכע איז פארגעשלאגן געווארן אונטער מעיאר בלומבערג צו רעכענען א שטייער פאר יעדע אויטא וועלכע קומט אריין אין די פארנומענע געגענטער פון מאנהעטן אין פארנומענע שטונדן, אונטער דעם פלאן וואלט יעדע קאר געדארפט באצאלן א $8 טאריף צו קענען אריינפארן אין די פארנומענע געגענטער, א זאך וואס וואלט געלינדערט די שווערע טרעפיק, און אזוי אויך קען עס אויפטרייבן צענדליגע מיליאנען וועלכע קען גענוצט ווערן צו פארריכטן די צוזאמענגעבראכענע אינפרוסטרוקטור און די סאבוועי סיסטעם אין די סיטי. די פלאן איז דאן אפגעווארפן געווארן אין אלבאני, און איז באגראבן געווארן, אבער אצינד זאגט גאווענער קאומא אז ווי עס שיינט איז עס די איינציגע לעזונג צו די שווערע טרעפיק און סאבוועי קריזיס אין מאנהעטן, און ער גרייט זיך עס צו נאכאמאל אויפברענגען אין אלבאני און ארבייטן עס צו אריבערפירן. גאווערנער קאומא אליין איז געווען א שטארקע קעגנער פון דעם פלאן, אבער ער זאגט אז נאכ׳ן אפהאלטן אינטענסיווע געשפרעכן אין די לעצטע וואכן איז ער געקומען צו די באשלוס אז ״די צייט איז געקומען״ פאר אזא פלאן, און ער וועט ארבייטן מיט געזעצגעבער אין אלבאני עס צו דורכפירן.

בילד: גאווערנער קאומא דרוקט אויס שטיצע פאר מעיאר בלומבערגס מאנהעטן טרעפיק פלאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל