פרעזידענט טראמפ האט אין א שמועס מיט די פרעסע געזאגט אז ער טוט ערנסט באטראכטן צו שענקן א פרעזידנטליכע פראדאן פאר דעם בארימטער שעריף פון אריזאנע דשאו ארפעא (Joe Arpaio) ״איך באטראכט ערנסט אים צו פארדאנירן, ער איז אן אמעריקאנער פאטריאט וועלכער האט געטון אסאך צו לינדערן דעם פראבלעם פון אומלעגאלע אימיגראציע, איך האב פיינטצו זעהן וואס עס האט פאסירט צום אים״ האט דער פרעזידענט געזאגט פון זיין רעזידענץ אין בעדמינסטער פאר די ׳פאקס ניוז׳ נעץ. דער 85 יערגיער ארפייא - וועלכער האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין אויסנאם שטייפע און ברוטאלע צוגאנג  קעגן פארברעכן - איז געפונען געווארן שולדיג אין פארלעצן א געריכטליכע באפעל צו ענדיגן א פראצעדור פון אפשטעלן אימיגראנטן אין טרעפיק פארלעצונגען. ער שטייט אויס 6 מאנאטן טורמע, און דער פרעזידענט וועט ווי עס שיינט אים פארדאנירן אין פאל ער וועט דארפן פאקטיש דינען א טורמע טערמין.

בילד: פרעזידענט טראמפ באטראכט פארדאן פאר שעריף דשאו ארפייא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל