א כינעזער אויטא פירמע האט אנגעטראגן צו אפקויפן דעם אמעריקאנער אויטא ריז ״פיאט קרייסלער״ א זאך וואס עפנט א מעגליכקייט אז די ריזיגע פירמע וועלכע איז געווארן אויסגעלייזט - ביי די שווערע קראך פון 2008 - מיט אמעריקאנער שטייער געלטער, וועט אריבערגיין צו כינעזער אייגענטומערשאפט, א זאך וואס קען האבן א שווערע עפעקט אויף די צענדליגע טויזנטער ארבייטער. קרייסלער איז די דריט גרעסטע אויטא פראדוצירער אין אמעריקע און טוט פראדוציערן צווישן אנדערע די ׳דשיפ׳ ׳רעם׳ און ׳דאדזש׳ ברענדס.

קרייסלער איז אין די לעצטע יארן שטארק אריין אין כינע ווי די אויטא מארקעט וואקסט גאר שנעל, און האט אויפגעבויעט א פלענט אין וועלכע זי פראדוצירט דשיפ׳ס פאר די ארטיגע מארקעט. א פארקויף פאר א כינעזער פירמע קען שאפן אויפברויז אין אמעריקע נאכדעם וואס אמעריקאנער שטייערצאלער האבן געהאלפן די פירמע זיך שטעלן אויף די פוס, אבער די נייעס האט געהאט א גוטע עפעקט אויף די סטאקס פון די פירמע וועלכע איז געשטיגן אין איין טאג מיט ארום 12%.

בילד: כינעזער אויטא פירמע זוכט צו אפקויפן פיאט קרייסלער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל