בילד: ביטקוין

די אנליין וואלוטע ׳ביטקוין׳ וואס נוצט א געוויסע פארזיכערטע ענקריפציע אלס אנליין וואלוטע האלט אין איין שטייגן און האט געגרייכט א רעקארד פון $4,300 פאר איין ביטקוין, א העכערונג פון איבער טויזנט דאלער פון א וואך פריער. די ביטקוין מארקעט אין אלגעמיין שטייט ביי איבער 70 ביליאן דאלער און אויב איז עס אין אנהייב באטראכט געווארן אלס א קוריאז איז שוין קלאר אז עס האנדלט זיך פון אן ערנסטע מארקעט מיט א שטארקע פאטענציאל. די ביטקוין מארקעט איז מער ווערט ווי אנדערע קאנווענציאנעלע אינטערנעט באצאלונגען מעטאדן ווי ׳פעיפאל׳ און אירס גלייכן. ביטקוין ווערט שוין היינט רעספעקטירט אין די קאנווענציאנעלע עקאנאמישע מארקעט און אזעלכע פירמעס ווי פידעליטי און גאלדמאן סאקס טוען אפיציעלע אנערקענען ביטקוין אלס א לעגיטימע וואלוטע. די שטארקע וואוקס אין די לעצטע וואך ווערט געזען אלס א רעאקציע צו די אומסטאביליטעט אין די וועלט אין ליכט פון די קריזיס ארום נארט קארעא.

בילד: ביטקוין זעהט דראמאטישע וואוקס, $1,000 אין בלויז איין וואך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל