וואשינגטאן – די רוסלאנד אויספארשונג איז אריין נעכטן אין א פרישער ערנסטער פאזע, ווען מען האט געהערט אז דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די אויספארשונג, האט צוזאמגעזעצט א "גרענד דזשורי" אלס טייל פון דער אויספארשונג. דאס נעמען א גרענד דזשורי צו דער אויספארשונג, צייגט אז מוללער ברייטערט אויס זיין אויספארשונג, און אז ער גרייט זיך אין די נאענטע טעג צו שיקן סובפינעס פאר פערזענליכקייטן פונעם טראמפ קאמפיין און ארום, אז זיי זאלן קומען אויפטרעטן אונטער שבועה אדער איבערגעבן דאקומענטן און רעקארדס. אין אנדערע נייעס האבן פעדעראלע פראקורארן אין ניו יארק געשיקט א סובפינע צו דזשעראד קושנער'ס ריעל עסטעיט ביזנעס, צו פארלאנגען דאקומענטן ארום געוויסע דעוועלאפמענטס. די סובפינע באציט זיך ספעציפיש אויפ'ן "וואן דזשורנאל סקווער" פראיעקט וואס קושנער בויט אין דזשערסי סיטי, ניו דזשערסי, וואו זיין פירמע האט גענוצט די "אי בי 5" וויזא פראגראם צו באקומען אינוועסטמענטס פאר'ן פראיעקט פון כינעזער ביזנעסלייט, און אין אויסטויש וועלן די ביזנעסלייט באקומען וויזעס. די פראקורארן ווילן זען פונקטליך וויפיל געלטער די כינעזער און אנדערע אויסלענדישע בירגער האבן אינוועסטירט, און צי עס איז עפעס געווען אומלעגאל אינעם וועג וויאזוי זיי האבן באקומען די וויזעס.

בילד: ראבערט מוללער זעצט צוזאם גרענד דזשורי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל