מינעסאטע – באריכטן צייגן אז פילע הונדערטער האיטיער געבוירענע האבן אין די לעצטע טעג זיך אויפגעהויבן פון זייערע וואוינערטער אין אמעריקאנער סיטיס און זיי אנטלויפן קיין קאנאדע. אין אמעריקע וואוינען אויסגעשפרייט טויזנטער האיטיער אפשטאמיגע וועלכע זענען אהערגעקומען אלס לעגאלע פליטים אין לויף פון די לעצטערע יארן, אריינגערעכנט די טויזנטער וועמען די אמעריקאנער רעגירונג האט אריינגעלאזט נאכ'ן טויטליכן ערדציטערניש וואס האט באטראפן האיטי אין יאר 10'. אבער אין די לעצטערע טעג איז אנטשטאנען א שרעק אין די האיטיער-אמעריקאנער געמיינדעס, אז זיי גייען דעפארטירט ווערן צוריק צו זייער היימלאנד דורך דער טראמפ אדמיניסטראציע, נאכדערצו מיט דער נייער אונטערנעמונג, געמאלדן מיטוואך, איינצוצוימען אויך לעגאלע אימיגראציע, און דעריבער אנטלויפן הונדערטער האיטיער קיין קאנאדע. די קאנאדישע רעגירונג האט געזאגט אז זי וועט עפענען איר "מאנטרעאל סטאדיום", וועלכע קען ארייננעמען אין זיך צענדליגער טויזנטער מענטשן, און וועלן דאס אויסשטאטן אלס צייטווייליגע הייזקעס פאר די פליטים.

בילד: האיטיער אמעריקאנער לויפן קיין קאנאדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל