ווערמאנט – א גרויסע צאל פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן לאנד האבן אונטערגענומען שריט נאכדעם וואס ס'איז אנטשטאנען א גרויסע זארג אז קארבאן מאנאקסייד גאזן פון די "פארד עקספלארער" אויטאס, וועלכע ווערן זייער שטארק באנוצט דורך פאליציי דעפארטמענטס, ליעקט אריין אינעווייניג פון די אויטאס און שטעלט אין געפאר די געזונטהייט פון די פאליציי אפיצירן. די ווערמאנט סטעיט פאליציי דעפארטמענט האט פארארדנט באלדיגע אונטערזוכונגען אויף איר גאנצע פלאטע פון עקספלארער אויטאס, און צוויי לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס אין טעקסאס און אין מאסעטשוסעטס זענען געגאנגען א טריט ווייטער, אפשטעלנדיג דערווייל סיי וועלכע באנוץ פון די עקספלארער אויטאס. א ווארטזאגער פאר דער "פארד" אויטא פירמע האט געזאגט אז זי ארבעט האנט ביי האנט מיט די פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן פראבלעם פון די קארבאן מאנאקסייד ליעקס אין די עקספלארער אויטאס, און זי פארשט עס אויס, מיט דער מעגליכקייט פאר א גרויסע "ריקאול" אין די קומענדיגע טעג.

בילד: פארד ארבעט מיט פאליציי דעפארטמענטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל