וואשינגטאן – די סיקרעט סערוויס זאגט אז זי פלאנירט אנצוהייבן פרובירן נוצן קליינע דראונס צו באשיצן דעם פרעזידענט און זיין פאמיליע. די סיקרעט סערוויס וועט אויספרובירן די דראונס בשעת טראמפ וועט אין אפאר טעג ארום פארן צו זיין גאלף רעזארט אין בעדמינסטער, ניו דזשערסי, וואו ער פלאנירט צו פארבלייבן פאר עטליכע טעג אלס א לענגערע זומער וואקאציע – וואס וועט זיין די סאמע ערשטע לאנגע וואקאציע וואס ער נעמט זינט'ן ווערן איינגעשוואוירן, נישט אריינרעכענענדיג די אומצאליגע "וויקענדס" ווען ער פארברענגט אין זיינע גאלף רעזארטן איבער'ן לאנד. א ווארטזאגער פאר די סיקרעט סערוויס האט זיך אנטזאגט ארויסצוגעבן מער דעטאלן איבער וויאזוי די דראונס וועלן בעסער באשיצן דעם פרעזידענט, אבער עקספערטן זאגן אז מ'ערווארט אז די דראונס וועלן האבן קאמערעס און האלטן אן אויג אויפ'ן גאנצן ארום, אויפצוכאפן אויב עפעס א געפאר דערנענטערט זיך.

בילד: סיקרעט סערוויס קלערט פון נוצן דראונס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל