אלבאני – א פעדעראלע אפעלאט געריכט האט געאורטיילט אז דער געוועזענער ניו יארק סטעיט אסעמבלי ספיקער שעלי סילווער קען בעטן דעם סופרים קאורט איבערצוקוקן זיין קעיס. פעדעראלע פראקורארן האבן געוואלט גלייך אנהייבן א פרישן פראצעס, נאכדעם וואס די אפעלאט געריכט האט מיט צוויי וואכן צוריק ארויסגעווארפן דעם שולד אורטייל קעגן סילווער, אבער סילווער'ס לאיערס האבן פארלאנגט אז די העכסטע סופרים קאורט זאל איבערקוקן די קעיס. נעכטן האט דער אפעלאט געריכט געגעבן גערעכט פאר סילווער, זאגנדיג אז די פראקורארן מוזן ווארטן דערווייל און קענען נישט אריינגעבן דערווייל א פארלאנג פאר א פרישן פראצעס, און סילווער'ס לאיערס וועלן אין די נאענטע טעג שיקן א פארלאנג צום סופרים קאורט, מיט דער טענה אז ער איז נישט באגאנגען עכטע קארופציע שריט, נעמענדיג אין באטראכט א סופרים קאורט אורטייל פאראיאר וואס האט איינגעצוימט די באדייט פון פאליטישע קארופציע.

בילד: סילווער קעיס גייט צום סופרים קאורט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל