קאליפארניע – א נייע שטודיע צייגט אז ערוואקסענע וועלכע טרינקען עטליכע מאל א וואך אלקאהאל (נישט אזעלכע וואס זענען צוגעבינדן צום ביטערן טראפן), האבן טאפלטע שאנסן אנצוקומען צו די 85 אן דעם וואס זיי זאלן האבן אנטוויקלט "דימענשיע" אדער אנדערע קרענק וועלכע קומט מיט'ן ווערן עלטער ווען מען הייבט אן פארגעסן זאכן. די שטודיע איז דורכגעפירט געווארן דורך דער אוניווערסיטעט אוו קאליפארניע אין סאן דיעגא, וואס די פראפעסארן זאגן אז דער פאזיטיווער אפעקט פון אלקאהאל זענען געפונען געווארן ביי מענטשן וועלכע טרינקען א מאקסימום פון איין קליין גלעזל בראנפן טעגליך. אין א סטעיטמענט האבן די פראפעסארן געזאגט אז טראץ וואס די שטודיע צייגט טאקע א מעגליכע פאזיטיוון אפעקט פון טרינקען אלקאהאל, רעקאמענדירן זיי עס בכלל נישט, נעמענדיג אין באטראכט אז שיכרות פירט צו 88 טויטפעלער אין אמעריקע יערליך.

בילד: שטודיע: אלקאהאל העלפט קעגן דימענשיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל