לאנדאן – דער בריטישער פרינץ, פרינץ פיליפ, האט אין די טעג געגעבן זיין לעצטן עפנטליכן אויפטריט אלס א טייל פון דער בריטישער מלוכה, נאכ'ן מעלדן אז ער וועט רעטייערן פון זיין פאזיציע, און א בריטישע צייטונג האט געמאכט א "פאטאלן" טעות. דער "טעלעגראף" צייטונג האט פובליצירט אויף איר וועבסייט א געשיכטע מיט א שרייענדיגן קעפל "האלט האלט האלט, פרינץ פיליפ געשטארבן ביי די XX". עס איז ערקלערט געווארן אז דער קעפל האבן זיי זיכער שוין צוגעגרייט פאר'ן טאג ווען פיליפ וועט טאקע שטארבן, זייענדיג 96 יאר אלט, און די ווערטער "האלט האלט האלט" איז פשוט טייל פון אנצייכענונגען וואס די מגיהים פונעם צייטונג'ס וועבסייט האבן געמאכט. ציניקער האבן אבער אנגעוויזן אז זיי האבן געשריבן "XX" ביים לאזן פלאץ צו שרייבן וויפיל יאר ער וועט זיין אלט ביים שטארבן, און XX אין לאטיינישע ציפערן באדייט "20".

פרינץ פיליפ געשטארבן ביי די צוואנציג?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל