וואשינגטאן – דער "וואשינגטאן פאוסט" האט באוויזן צו לייגן א האנט אויף טעלעפאנישע געשפרעכן וואס פרעזידענט טראמפ האט געהאט מיט'ן מעקסיקאנער פרעזידענט הענריקע פענע ניעטע און מיט'ן אויסטראלישן פרעמיער מיניסטער מאלקאלם טורנבאל – ביידע אין די סאמע ערשטע טעג פון זיין פרעזידענטשאפט. אינעם געשפרעך מיט ניעטע האט טראמפ געזאגט, צווישן אנדערן, אז "אויב דו גייסט זאגן אז מעקסיקא גייט נישט באצאלן פאר דער וואנט, דעמאלט וויל איך זיך נישט מער טרעפן מיט ענק חברה, ווייל איך קען נישט לעבן דערמיט". טראמפ האט אויך געזאגט פאר ניעטע אז אמעריקע האט א מאסיוון דראגס פראבלעם, און ספעציפיש געזאגט אז ניו העמפשיר איז געווארן א "נעסט פון דראגס" – וואס האט ארויסגערופן שארפע פארדאמונג פון ניו העמפשיר פאליטישאנס, אפילו רעפובליקאנער. אין זיין געשפרעך מיט טורנבאל, האט טראמפ געזאגט - ווי שוין באריכטעט נעכטן באריכות - "איך בין דער וועלט'ס בעסטער פערזאן, וויבאלד איך לאז נישט אריין מענטשן אין לאנד, און יעצט גיי איך ארייננעמען 2 טויזנט מענטשן" – באציענדיג זיך אויף א דיעל מיט אויסטראליע אז אמעריקע וועט אקצעפטירן סירישע פליטים. שפעטער האט טראמפ געזאגט פאר טורנבאל "איך האב שוין געהאט גענוג. איך מאך שוין די טעלעפאן קאלס א גאנצן טאג, און דאס איז געווען די ערגסטע. פוטין איז געווען א געשמאקע געשפרעך".

בילד: טראמפ טעלעפאן  געשפרעכן ארויסגעליעקט


זעה פרעזידענט טראמפ'ס טעלעפאנישע געשפרעך מיטן מעקסיקאנער פרעזידענט, הענריקע פענע ניעטע

זעה פרעזידענט טראמפ'ס טעלעפאנישע געשפרעך מיטן אויסטראלישע פרעזידענט, מאלקאלם טורנבאל


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל