ניקאראגווא – די קליינע אידישע געמיינדע אין ניקאראגווא איז געווארן מער ווי פארטאפלט אין די טעג, נאכדעם וואס 114 אינדיווידועלן, אריינגערעכנט מענער, פרויען און קינדער, זענען אריבער גיור פראצעדורן און אריינגענומען געווארן תחת כנפי השכינה. האלב פון די ניי-געווארענע אידן זאגן אז זיי האבן במסורה פון זייערע עלטערן און אור-עלטערן אז זיי זענען אריגינעל אפשטאמיגע פון אידן וועלכע האבן געלעבט אלס אנוסים צוליב די גזירות פון דער אינקוויזיציע מיט הונדערטער יארן צוריק, וואס דאס האט ליידער געפירט דערצו אז זייערע קינדער און אייניקלעך זענען געווארן מער און מער אפגעפרעמדט פון אידישקייט. עס זענען אפגעהאלטן געווארן צענדליגער ברית'ן אין לויף פון די גיור צערעמאניעס, און דערנאך האבן אידישע עסקנים פון ניו יארק דורכגעפירט 22 חופות פאר פארפעלקער וועלכע האבן זיך אינאיינעם מגייר געווען.

בילד: 114 נייע גרים אין ניקאראגווא

בילד: 114 נייע גרים אין ניקאראגווא


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל