באסטאן – א פעדעראלע אפעלאט געריכט אין באסטאן, מאסעטשוסעטס האט געאורטיילט אז די עלטסטע שוהל אין אמעריקע, באקאנט אלס דער טורא שוהל אין ניופארט, ראוד איילענד, באלאנגט פאר די שארית ישראל קאנגרעגעישאן אין ניו יארק סיטי, און נישט פאר דער ישועות ישראל קהילה וועלכע טוט פאקטיש נוצן דעם שוהל. דער אורטייל איז איבער א געריכטליכן קאמף וועלכע ציט זיך שוין מער ווי פינף יאר, איבער דעם וואס די ישועות ישראל קהילה האט געוואלט פארקויפן היסטארישע גאלדענע רימונים און אנדערע חפצים פונעם שוהל, אויף צו קענען דעקן די קאסטן פון אנגיין און האלטן אפן דעם שוהל, און דאן האט זיך די שארית ישראל קהילה אין ניו יארק אריינגעמישט און געזאגט אז זיי קענען בלאקירן דעם פארקויף ווייל זיי זענען די עכטע אייגנטימער פונעם שוהל. דער קעיס איז אריינגעשלעפט געווארן אין געריכט און ס'זענען שוין געווען עטליכע אורטיילן אהין און צוריק, און יעצט האט דער באסטאן אפעלאט געריכט געאורטיילט לטובת שארית ישראל אין ניו יארק. די קומענדיגע טריט איז צום סופרים קאורט, אבער מ'האט נאכנישט געהערט צי די ישועות ישראל קהילה וועט טאקע גיין צום סופרים קאורט.

בילד: אורטייל איבער אמעריקע'ס עלטסטע שוהל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל