ווארשא – דאנעלד טאסק, איינער פון די העכסט ראנגיקע באאמטע אינעם אייראפעאישן פאראיין, האט נעכטן געזאגט אז ער איז באזארגט אז פוילן רוקט זיך נענטער צו "פּאוליעוו" (טייטש: פוילן–פארלאזן), א רעאליטעט פון פארלאזן דעם פאראיין, נאכמאכנדיג ענגלאנד וועלכע האלט אינמיטן אויספירן דעם ברעקזיט. טאסק'ס דראמאטישע דערקלערונג קומט אינמיטן וואס דער יוניאן שלאגט זיך ארום מיט דער "געזעץ און יוסטיץ" פארטיי אין פוילן, וועלכע האט קאנטראל אויף דער ארטיגער רעגירונג. די פארטיי האט, ווי באריכטעט פאריגע וואך, געוואלט דורכשטופן א געזעץ וואס וואלט איבערגעמאכט דעם יוסטיץ סיסטעם צו ערלויבן דעם פארלאמענט ארויסצואווארפן סופרים קאורט ריכטער, און דער אייראפעאישער פאראיין האט געלייגט שטארקע דרוק אויפ'ן פוילישן פרעזידענט אנדרעי דודא אז ער זאל נישט אונטערשרייבן דאס געזעץ, וואס דודא האט זיך טאקע צוגעהערט צו די ראט פון די יוניאן באאמטע, אבער אצינד ברויזן די "געזעץ און יוסטיץ" פארטיי פירער גאר שטארק אויפ'ן יוניאן, און וועלן מעגליך אנהייבן אקטיוו זוכן אז פוילן זאל פארלאזן דעם יוניאן.

בילד: פון ברעקזיט צו פוילן'ס פּאוליעוו

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל