בעיזשינג – א קריזיס קאכט זיך צווישן אינדיע און כינע, נאכדעם וואס דער כינעזער אויסערן מיניסטעריום איז ארויסגעקומען מיט א באשולדיגונג אז די אינדישע רעגירונג האט אין די לעצטערע טעג אנגעהויבן אויפבילדן א מאסיווע מיליטערישע אנוועזנהייט ביים גרעניץ ראיאן. די רעדע איז פון א ריזיגע טעריטאריע פון די הימאלייען בערג וועלכע לויפט נעבן די קליינע קעניגרייך פון "בוטאן", און אינדיע און כינע שלאגן זיך שוין יארן ארום איבער ווער עס וועט האבן מער איינפלוס אויף בוטאן, מיט כינע עפנטליך פרובירנדיג אז בוטאן זאל זיך אונטערווארפן אונטער איר רעגירונג. אינדיע און כינע טיילן מיט א גרעניץ וועלכע לויפט מער ווי צוויי טויזנט מייל, און ריזיגע שטיקער פונעם גרעניץ ראיאן זענען אונטער פראגע-צייכן פאר וועמען עס באלאנגט. די יעצטיגע אנגעצויגנקייט האט דערגרייכט צו א גאר ערנסטן שטאפל, מיט א ווארענונג פון כינע אז דאס כינעזער מיליטער איז גוט אויסגעשטאט צו פארטיידיגן כינעזער טעריטאריע. די פרישע שארפע ווערטער אויסטוישן און מיליטערישע סטראשונקעס קומט געציילטע וואכן בעפאר דער אינדיער פרעמיער מיניסטער ניראנדרא מאודי וועט פארן אין סעפטעמבער קיין כינע פאר א סאמיט.

בילד: די גרעניץ צווישן אינדיע און כינע

אילוסטראציע: כינא ווייזט אן ווי אינדיע קומט אריין אין איר טעריטאריע מיט מיליטערישע געצייג

מאפע: גרעניץ קריזיס צווישן אינדיע און כינע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל