פאריז – די פראנצויזישע "עיר פרענס" לופטליניע האט נעכטן געזאגט אז זי וועט פארבאטן אירע פילאטן פון פליען עטליכע מייל ארום צפון קארעא, נאכדעם וואס איינס פון אירע פליגערס זענען געקומען געפארפול נאענט צו אן ערנסטער קאטאסטראפע. דאס האט פאסירט ווען אן "עיר פרענס" פליגער אנגעפילט מיט פאסאזשירן, איז דורכגעפארן ביים פונקטליכן ארט העכער'ן וואסער נעבן יאפאן, וואו צפון קארעא האט געצילט איר "אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל" פאריגע וואך. דער פליגער האט געפירט 323 פאסאזשירן פון טאקיא, יאפאן קיין פאריז, פראנקרייך, און עס איז דורכגעפארן ביים ארט העכער'ן יאפאן וואסער, פונקטליך צען מינוט איידער דער צפון קארעא מיסיל איז אנגעקומען אהין, און דער פליגער און די פילאטן האבן נישט באקומען קיין שום פאראויס-ווארענונג. "עיר פרענס" זאגט אז זי האט ביז יעצט שוין אויך נישט געלאזט אירע פליגערס פליען דירעקט העכער צפון קארעא, און יעצט מיט'ן געפאר אז צפון קארעא וועט דורכפירן נאך און נאך מיסיל פראבעס, וועט זי אויסברייטערן די "נאו פליי" זאנע צו עטליכע מייל ארום צפון קארעא.

בילד: נאו פליי זאנע ארום צפון קארעא?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל