סידני – אידישע איינוואוינער אין דער "באנדי ביעטש" געגנט אין אויסטראליע האבן אויסגעדרוקט גרויס זארג איבער דעם וואס דער לאקאלער שטאטישער קאונסיל האט ארויסגעגעבן א פארבאט צו בויען א נייעם בית המדרש, מיט דער טענה אז דער שוהל וועט זיין א ציל פאר טעראריסטן, שטעלט עס דעריבער גאנצע געגנט אין געפאר. אן ארטיגע געריכט האט שוין אויך דערקלערט אז דער פארבאט איז לעגאל.

אייראפעאישע אידישע אקטיוויסטן זאגן אז דער פארבאט שטעלט אוועק א געפארפולע פרעצעדענט, אז אידן קענען נישט ערלויבט ווערן אפצוהיטן זייער רעליגיע פריי און אפן. ירוחם אולמאן, א אידישער פובליק פיגור אין באנדי ביעטש, זאגט אז דער פארבאט זאגט אין אנדערע ווערטער אז אידן קענען נישט אנגיין אפענערהייט מיט זייער אידישקייט, ווייל זיי ברענגען מיט זיך א געפאר, צוליב וואס איסלאמישע טעראריסטן זוכן צו צילן אידן.

דער פארבאט אויפ'ן נייעם געפלאנטן בית המדרש קומט אין א צייט וואס אויסטראליע לעבט אונטער א באנייעטן פחד פון איסלאמישע טעראר, נאכדעם וואס פלענער זענען אויפגעדעקט געווארן פון א גרופע דזשיהאדיסטן וועלכע האבן געוואלט פארכאפן א פליגער אינעם סידני אינטערנעשאנעל לופטפעלד און נוצן די פליגער פאר א טעראר אטאקע, און אולמאן זאגט אז דער פארבאט צייגט אז אויסטראליע גיט זיך אונטער צום פחד וואס איסלאמיסטן ווילן אנלייגן.

בילד: זארג אין אויסטראליע: לאקאלע מוניציפאליטעט פארבאט בויען נייעם בית המדרש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל