אין די לעצטע 7 וואכן האט זיך אנטוויקלט א שטארקע אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי וועלטס גרעסטע מיליטערן, צוליב א געפעכט ארום א ראיאן אין די הימעלייער בערג וואס כינע באטראכט אלס איר טעראטאריע אבער דאס קליין לענדל בוטאן זאגט אז עס איז טייל פון איר טעראטאריע און זי האט גערופן אינדיע צו הילף.

די געפעכט האט זיך אנגעהויבן ווען כינע האט געברענגט אין דעם ראיאן א שטאב פון מיליטרעישע קאנטראקטערס וועלכע ארבייטן צו בויען דארט א שאסיי, א זאך וואס האט געברענגט אינדיע צו שיקן א מיליטערישע אנוועזנהייט אינעם לענדל, און געפאדערט פון כינע צו אפטרעטן, ביידע זייטן האבן ארום 300 זעלנער אינעם ראיאן וועלכע זענען אפגעריקט איינע פון די אנדערע מיט בלויז עטליכע הונדערט פוס און עס פעלט בלויז א שוועבל צו פארוואנדלן די אנגעצויגנקייט אין א קריג, וועלכע קען איבערשפילן די בלוטיג קריג פון 1963 צווישן די צוויי לענדער וואס האט געקאסט טויזנטער לעבנס.

היינט איז באקאנט געווארן אז אינדיע האט פאראדנט אלע אירע קרעפטן אין די צפון-מזרח ראיאן וועלכע איז נאנט צו די הימאלייען צו זיין גרייט אויף מעגליכע מיליטערישע אנטוויקלונג, זיי האבן געטוישט די צושטאנד צווישן אינדיע און כינע פון ׳פרידליך׳ צו נייטראל, וואס באדייט אז א מיליטערישע געפעכט איז נישט אויסגעשלאסן.

בילד: אינדיער מיליטער גרייט זיך פאר מעגליכע קאנפראנטאציע מיט כינע




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל