די דויטשע קאנצלערין אנגעלע מערקעל האט אויסגעדריקט זארג איבער די היציגע רעטאריק צווישן אמעריקע און נארט קארעא און האט אויסגעדריקט מילדע קריטיק קעגן פרעזידענט טראמפ. ״איך בין איבערצייגט אז היציגע רעטאריק טוען גארנישט העלפן צו לייזן דעם קריזיס״ האט זי געזאגט ווען זי איז געפרעגט געווארן איבער די לעצטע באמערקונגען פון פרעזידענט טראמפ, זי האט צוגעלייגט אז דייטשלאנד איז גרייט צו שפילן א אינסטורמענטאלע ראלע אין העלפן דיפלאמאטישע באמיאונגען צו לייזן דעם קריזיס.

בילד: דויטשע קאנצערלין דרוקט אויס זארג איבער רעטאריק



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל