דזשעפערי לארד איז א קאנסערוואטיווער אקטיוויסט וועלכער איז געווען א טייל פון די רעיגען אדמיניסטראציע, און דינט די לעצטע יאר אלס א רעגלמעסיגער ביישטייערער פאר פאליטישע דיסוקסיעס אויף די טעלעוויזע נעץ פון סי-ען-ען, ווי ער טוט פארטיידיגן פרעזידענט טראמפ און פארטרעט די קאנסערוואטיווע זייט פון די פאליטישע דעבאטע.

נעכטן איז ער געווארן אפגעזאגט פון זיין שטעלע נאכדעם וואס ער האט גענוצט א נאצישע טערמין אויף טוויטער, אין א ווערטער אויסטויש מיט א ליבעראלע גרופע וועלכע פירט א קאמפ מיט דעם אקטיוויסט-דשוראנליסט שאן העניטי, האט לארד געשריבן פאר די גרופע ״זיג הייל״ ער האט דערמיט געמיינט צו באצייכענען די גרופע אלס פאשיסטן, אבער עס האט ארויסגערופן א שטורעם, און ער איז באלדיג אפגעזאגט געווארן דורך סי-ען-ען וועלכע האט קלארגעשטעלט אז זיי געבן נישט קיין פלאטפארמע פאר איינער וועלכער ווארפט זיך מיט נאצי סלאגאנען.

לארד האט עס נישט גענומען זייער צום הארצן, און האט היינט געזאגט פאר די פרעסע אז באלד נאכ׳ן ווערן אפגעזאגט האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון סטיוו בענאן דער הויפט סטראטעגיסט פון פרעזידעט טראמפ, וועלכער האט אים גערופן צו אויסדריקן שטיצע, לארד זאגט אז בענאן האט אים געזאגט אז ער זאל אנהאלטן זיין קאמפ און אויסגעדריקט וויליגקייט צו העלפן מיט וואס מעגליך.

בילד: דזשעפערי לארד



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל