פרעזידענט טראמפ און נארט קארעא האלטן אן די היציגע רעטאריק און ווערטער אויסטויש. היינט האט פרעזידענט טראמפ געשריבן אויף טוויטער ״אמעריקע האט מיליטערישע מיטלן פולשטענדיג אין פלאץ, גרייט צום באנוץ אויב קים יאנג אָן וועט נעמען נארישע שריט, עס איז צום האפן אז ער וועט אויסוועלן א קלוגערע וועג״ די טוויט איז עטוואס א מילדערע שפראך פון די פרעירדיגע טעג, אבער אנאליסטן האלטן אז עס קען זיין אז דער פרעזידענט טוט דערמיט אנדייטן אז אמעריקע וועט נוצן די מיסיל דעפענס סיסטעם צו אראפשיסן מיסילס וואס נארט קארעא פרובירט אויס, א זאך וואס אמעריקע האט ביז יעצט נישט געטון. דער פרעזידענט׳ס געמיטשע רעאקציעס צייגן אויך אויף א צוטיילונג אין די אדמיניסטראציע איבער די רעטאריק, דער סעקערטערי אף סטעיט פרובירט אין די לעצטע טעג צו נידערן די טענער און אין די זעלבע צייט טוט דער פארטיידיגונג סעקערטאר דשים מעטיס שטיצן דעם פרעזידענט׳ס היציגע ליניע.

בילד: פרעזידענט טראמפ: אמעריקע איז גרייט צו רעאגירן צו נארט קארעא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל