א פרישע אנקעטע פון די ׳אינוועסטארס ביזנעס דעילי׳ אינאיינעם מיט ׳טי-איי-פי-פי׳ ברענגט שלעכטע נייעס פאר׳ן פרעזידענט און צייגט די שוואכסטע ציפערן ביז היינט, און אזוי אויך אז דער פרעזידעט פארלירט שטיצע צווישן די שליסל דעמאגראפישע גרופעס וועלכע האבן אים אריינגעשטימט אין זיין אמט, אלעס אינאיינעם שטייט דער פרעזידענט ביי א צופרידנהייט ראטע ביי 32 פערצענט, און ווי עס שיינט פארלירט ער שטיצע צווישן קאנסערוואטיוון אויך.

ארום 71 פערצענט רעפובליקאנער האבן געזאגט אז זיי זענען צופרידן פונעם פרעזידענט, אראפ פון ארום 83 פערצענט וועלכע האבן אזוי געזאגט מיט א חודש צוריק, אזוי אויך צווישן ווייסע וויילער שטייט ער ביי 44 פערצענט, מיט 7 פונקטן שוואכער ווי א חודש פריער,  אזוי אויך צייגט די אנקעטע אז 65 פערצענט אמעריקאנער גלייבן אז די טראמפ קאמפיין האט געהאט פארבינדונג צו רוסלאנד, דאס נעמט אריין 30 פערצענט פון די רעפובליקאנער און איבער 60 פערצענט פון זעלבסשטענדיגע וויילער.

אויף די עקאנאמיע באקומען דער פרעזידענט גוטע ציפערן, אבער די פאקטארן וועלכע שאטן אים דאס מערסטע צווישן קאנסערוואטיוון זענען די לעצטע רייבערייען אינערהאלב די אדמינסטראציע און זיין עפנטליכע אטאקעס קעגן דשעף סעשאנס, און אזוי אויך זיין דורכפאל מיט׳ן אויפלעזן אבאמאקעיר, עס איז צו ערווארטן אז די ציפערן וועלן בעסער ווערן נאכדעם וואס דשאן קעלי וועט ברענגען ארדענונג אין ווייסן הויז.

בילד: צופרידנהייט ראטע פונעם פרעזידענט גרייכט נידריגסטע שטאפל



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל