א קאמישע געשיכטע שפילט זיך אפ אין סאן פראנצסיקא. נעמליך די רייכע איינאוינער אין א פריוואטע גאס האבן זיך דערזען איין טאג, אז די גאס אויף וועלכע זיי וואוינען, באלאנגט פאר א יונגער פארפאלק וואס האט אפגעקויפט די רעכטן פון די שטאט. עס הייבט זיך אן ביי דעם וואס די מענעדשמענט פון די הייזער אויף די גאס האט פארזעהן צו באצאלן א נישטיגע שטייער פון 14 דאלער פער יאר, פאר די לעצטע 30 יאר. עס האט זיך געזאמלט א חוב, וואס די איינוואוינער האבן נישט געוויסט דערוועגן. די שטאט ראט האט דעריבער ארויסעגלייגט די פאבליק פראפערטי פון די גאס פאר א ליצטיאציע, צו דעקן די $994 חוב. ווייניג מענטשן האבן באמערקט די אנליין ליצטיאציע, אבער מייקל טשענג האט דערשמעקט די געלעגנהייט, און אנגעטראגן $90,000, און האט געווינען. 

די איינוואוינער זענען שאקירט געווארן, צו געוואויר ווערן א טאג דערויף איבער דעם פארקויף, אבער טשענג האט שוין פלענער צו פארדינען צוריק זיין געלט. ער פלאנט דאס ערשטע זאך, צו רעכענען געלט פאר די איינוואוינער, פאר די רעכט צו פארקירן אויף זייער אייגענע גאס, און נאך מעגליכע איינריכטונגען וואס ער וועט רעכענען געלט פאר די באנוץ. די איינוואוינער טוען דערווייל פראטעסטירן, און פארלאנגען פון די שטאט צו אנולירן דעם ליציטאציע, און גרייטן זיך צו גיין אין געריכט דערוועגן.

בילד: די רייכע גאס אין סאן פראנציסקא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל