דער פרעזידענט האט דעם שבת ריטוויטעט א טוויט פון א געוויס ניקאל מינסי וועלכע האט געשריבן ״טראמפ ארבייט שווער פאר אמעריקע״ און צוגעלייגט א דאנק פאר מינסי, א ווירטואלע פערזענליכקייט מיט אסאך נאכפאלגער אויף טוויטער, אבער נישט לאנג דערויף האט טוויטער פארשפארט איר קאנטע נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז א פאלשע קאנטע און עס איז נישט קלאר ווער עס שטייט דערונטער, אין די צייט פון די וואלן האבן סאפיסטיקירט ״באט׳ס״ געעפנט טוינזנטער טוויטער קאנטעס צו פארשפרייטן טראמפ פראפאגאנדע און מיסאינפארמאציע, א גרויס טייל דערפון זענען געווארן  אפערירט פון רוסלאנד, און מאנכע צייגן אן אז די קאנטע איז א טייל פון די פלייץ פון קאנטעס וועלכע זענען גענוצט געווארן אין די רוסישע קאמפיין פון דיסאינפארמציע.

בילד: פרעזידענט טראמפ באדאנקט טוויטער קאנטע וועלכע איז א פיקציע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל