אין א קלארע פראוואקאציע און צייכן פון שטארקייט קעגן סאודי אראביע האבן די ארמייען פון קאטאר און טערקיי אפגעהאלטן געמיינזאמע איבונגען, די איבונגען נעמען אריין עטליכע הונדערט טערקישע זעלנער וועלכע זענען געקומען זיך מושטירן אינאיינעם מיט די קאטארער טרופן. ארום 250 זעלנער זענען געקומען פון טערקיי און וועלן זיך אנשליסן אין די 150 זעלנער וואס געפונען זיך שוין דארט אין די טערקישע באזע. די שריט צייכנט אן קלארע שטיצע פון קאטאר קעגן די אראבישע לענדער, און אזוי אויך צייגט דערמיט קאטאר אז זי האלט זיך נישט ביים אונטערגעבן צו די פארשריפטן פון אירע אראבישע שכנים וואס האבן פארלאנגט פון איר צו פארשליסן די מיליטערישע באזע וואס טערקיי האט אין קאטאר.

בילד: טערקיי האלט אפ איבונגען מיט קאטאר

בילד: טערקישע סאלדאטן אין קאטאר

בילד: טערקישע מיליטערישע פליגער איבער קאטאר




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל