דער דעפיוטי אויסערן מיניסטער פון איראן האט שארף אראפגעריסן די פרישע סאנקציעס וואס קאנגרעס האט באשטעטיגט פאריגע וואך קעגן איראן זאגנדיג אז דאס איז א פארלעצונג פון דעם נוקלעארן אפמאך וועלכע איראן האט געשלאסן מיט די גרויסמאכטן, ער האט דערביי צוגעלייגט אז איראן רעזערווירט די רעכט צו רעאגירן דערצו ווען זי געפונט פאר פאסיג, אונטער דעם אפמאך האט זיך פרעזידענט אבאמא אונעטרגענומען נישט צו לייגן פרישע סאנקציעס, אבער פרעזידענט טראמפ זוכט נישט צו אנהאלטן דעם אפמאך און קען באשטיין אז איראן זאל עס פארלעצן און אזוי זאל ער האבן אן אויסרייד צו צונישט מאכן דעם אפמאך.

בילד: איראן: אמעריקע האט פארלעצט דעם נוקלאערן אפמאך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל