א ״פריהצייטיגע טויט״ האט באקומען א פרישע באדייט ווען די בריטישע צייטונג ׳טעלעגראף׳ (Daily Telegraph) וועבזייטל האט געמאלדן איבער די טויט פון פרינץ פיליפ, דער 96 יעריגער מאן פון די קעניגן וועלכער האט נעכטן אפיציעל געענדיגט אויספירן קענגיליכע פונקציעס און געגאנגען אויף פענסיע, די ארטיקל איבער זיין טויט איז שוין געווען אנגעגרייט אין די ארכיוון און ווי עס שיינט האט פאסירט א צומישעניש אין די רעדאקציע און אנשטאט ארויסלייגן די נייעס איבער זיין פענסיע האבן זיי ארויסגעלייגט א ברייטע ארטיקל איבער זיין טויט, די ארטיקל איז געווען אויפ׳ן וועבזייטל א קורצע צייט אבער האט באוויזן צו שאפן א צומישעניש ביי הונדערטער ליינער.

בילד: גרויסע בריטישע צייטונג מעלדט איבער טויט פון פרינץ פיליפ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל