כינע האט שטארק באגריסט די ווערטער פון דעם אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן וועלכער האט קלאר געמאכט אז אמעריקע זוכט נישט צו אומווארפן די רעזשים אין נארט קארעא נאר זוכט ענדערש א דיאלאג מיט די פירער צו לעזן פרידליך דעם קריזיס, דער כינעזער אויסערן מיניסטעריום האט רעאגירט דערויף אז דאס איז אייביג געווען די שטעלוג פון די כינעזער רעגירוג אז עס פאדערט זיך א פרידליכע לעזונג, טילערסאן האט געמאכט די קאמענטארן נעכטן און גלייכצייטיג צוגעלייגט אז בלויז אויב זי דריקט אויס גרייטקייט צו אויפגעבן איר נוקלעארע אסיפיראציעס, דער כינעזער אויסערן מיניסטער האט געזאגט ״דאס איז א קוראזשפולע סטעיטמענט״ און געזאגט אז עס צייגט אויף א טויש אין די אויסערן פאליסיס פון וואשינגטאן, טילערסאן איז ערווארטעט זיך טרעפן מיט׳ן כינעזער אויסערן מיניסטער צו דיסקוטירן דעם פראבלעם פון נארט קארעא. די קאמענטארן פון טילערסאן זענען אנדערש ווי די שארפע ווערטער וואס מען האט געהערט פון וויצע פרעזידענט מייק פענס און אנדערע אדמינסטראציע באאמטע וועלכע האבן געזאגט אז אמעריקע זוכט נישט קיין דיאלאג מיט נארט קארעא.

בילד: כינע באגריסט טילערסאן׳ס קאמענטארן איבער צפון קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל