אין א אנגעצויגענע זיצונג וואס דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן מיט גענעראלן און קאמאנדירן האט ער זיך באקלאגט אז ״מיר פארלירן די קריג אין אפגאניסטאן״ און שארף פארגעהאלטן די גענעראלן פאר׳ן טון א שוואכע ארבעט, און פארלאנגט א נייע סטראטעגיע אין די לאנג פארצויגענע קריג, ער האט דערביי פארלאנגט פונעם פארטיידיגונגס סעקערטאר דזשעימס מעטיס און הויפט גענעראל דזשאסעף דאנפארד צו ערזעצן גענעראל דזשאן ניקעלסאן וועלכער דינט אלס הויפט קאמאנדיר אין אפגאניסטאן.

די מיטינג האט אנגעהאלטן צווי שעה, און לויט א באריכט פון אן אנוועזנדער האט דער פרעזידענט געשימפט און געשריגן אויף די גענעראלן און זיי באשולדיגט אין מאכן שלעכטע באשלוסן וועלכע קאסטן א הויכע פרייז פאר׳ן לאנד, ער האט אויך באשולדיגט די נאט״א מיטגלידער און האט פארלאגנט אז אמעריקע זאל קאנפיסקירן מינעראלע אוצרות פון אפגאניסטאן צו קענען דעקן די קריג קאסטן, דער פרעזידענט איז קענטליך פרוסטרירט צוליב דעם וואס ער האט צוגעזאגט אז באלד נאכ׳ן איבערנעמען דאס ווייסע הויז וועט מען אנהייבן ״געווינען און געווינען און געווינען״ אבער דערווייל האט ער בלויז אנגעהאלטן די אבאמא פאליסיס אין מיטל מזרח.

סענאטאר דשאן מ׳קעין האט פארטיידיגט גענעראל דשאן ניקעלסאן ״גענעראל ניקעלסאן טוט שוין באשיצן דאס לאנד פאר 35 יאר, ער איז א א רעפסעקטירטער גענעראל וועלכע ווערט געשעצט איבער די גאנצע וועלט״ האט מ׳קעין געזאגט, און האט געזאגט אז די שולד פאר די פראבלעמען ליגט נישט אויף אים נאר אויפ׳ן פרעזידענט, דער גענעראל טוט נאר אויספירן די באפעלן וועלכע ער באקומט פון די הויפטקווארטירן אין וואשינגטאן האט מ׳קעין געזאגט.

בילד: פרעזידענט טראמפ זוכט צו אויפזאגן הויפט קאמאנדיר אין אפגאניסטאן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל