קאליפארניע – דאס שטעטל וואלעדזשאו, קאליפארניע איז דער בעסטער ביישפיל פון א שטאט וואס איז צוריקגעשפרונגען זינט'ן עקאנאמישן און האוזינג קראך פון 08'. א באריכט אין "ריעלטאר דאט קאם" האט באצייכנט דעם ריעל עסטעיט מארקעט אין וואלעדזשאו אלס "די הייסטע איבער'ן גאנצן לאנד", וואו שיינע פריוואטע לוקסוריעזע הייזער פארקויפן זיך פאר אונטער 500 טויזנט דאלער א שטיק, און צענדליגער אזעלכע ווערן פארקויפט ממש מאנאטליך. ווען מען נעמט אין באטראכט וואלעדזשאו'ס סטאטוס נאכ'ן 08' קראך, זעט מען טאקע וואספארא אומגלויבליכע צוריקשפרונג דאס איז. וואלעדזשאו איז אין 08' געווען די גרעסטע סיטי אין קאליפארניע צו דערקלערן באנקראט, און צוויי יאר דערויף איז זי געווען אויף די ליסטע פון "פארבס" מאגאזין'ס "ערגסטע שטעט אין אמעריקע" און דערנאך אויף א ליסטע פון "ניוזוויק" מאגאזין'ס "אפשטארבנדיגע שטעט אין אמעריקע", און יעצט 9 יאר נאכ'ן האוזינג קראך, האט וואלעדזשאו זיך צוריק ארויפגעארבעט און ווערט באטראכט אלס די מערסט-וואקסנדיגע ריעל עסטעיט מארקעט אין לאנד.

בילד:וואלעדזשאו, קאליפארניע מאכט ריעל עסטעיט נס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל