אלאבאמא – א גרופע ארעסטאנטן אין אלאבאמא האבן אויסגענוצט דעם פאקט אז זיי האבן געהאט א נייעם אומערפארענעם וועכטער אין זייער טורמע "בלאק", און האבן באוויזן צו אנטלויפן. דאס האט פאסירט אין דער טורמע אין וואלקער קאונטי, אלאבאמא, וואו א גרופע 12 ארעסטאנטן האבן גענומען ניס-פוטער און דערמיט קונצליך געטוישט די ציפערן פון עטליכע טירן אין דער טורמע, און דאן האבן זיי געשריגן צום נייעם אומערפארענעם וועכטער איבער וועלכע טירן ער זאל עפענען אז זיי זאלן קענען אריינגיין אין זייער צעל, און דער וועכטער האט געקוקט אויף די ציפערן העכער די טירן צו אידענטיפיצירן וועלכע קנעפלעך ער זאל דרוקן צו עפענען די פארלאנגטע טירן. למעשה האבן די ארעסטאנטן געטוישט די טירן ציפערן אויף אזא וועג אז דער וועכטער האט געדרוקט די קנעפלעך צו עפענען די טירן וואס פירן ארויס פון דער טורמע. אלעס אינאיינעם זענען 12 אנטלאפן, און 11 פון זיי זענען שוין נאכאמאל ארעסטירט געווארן.

בילד: אנטלאפן פון טורמע מיט ניס-פוטער...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל