ניו יארק – א נייע אנקעטע צייגט אז מעיאר ביל דעבלאזיא האט אן איבערוויגנדע אויבערהאנט איבער זיינע פאליטישע קעגנער, און וועט זיי אלע שטארק באזיגן. די "ניו יארק 1" אנקעטע צייגט, אז דער מעיאר וועט גרינג געווינען ווידערוויילונג, מיט 43 פראצענט פון די שטאטישע וויילער וועלכע זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר אים, קעגן בלויז 11 פראצענט וועלכע זאגן אז זיי וועלן שטיצן די רעפובליקאנער קאנדידאטין, אסעמבליפרוי ניקאול מאליאטאקיס. דער געוועזענער פאליציי דעטעקטיוו באו דיטעל, וועלכער לויפט אלס אן אינדעפענדענט קאנדידאט, באקומט זעקס פראצענט, און דער געוועזענער קאונסילמאן סאל אלבאניז, א דעמאקראט וועלכער לויפט אויף דער רעפארם פארטיי ליניע, באקומט בלויז פיר פראצענט. מיט דעם אלעם צייגט אבער די אנקעטע, אז 31 פראצענט פוון די שטאטישע וויילער האבן נאכנישט באשלאסן פאר וועמען צו שטימען, און א גרויסע צאל וויילער זענען נאכנישט גענוג באהאוונט מיט די קאנדידאטן וואס לויפן און וואס זייער אגענדע איז.

בילד: דעבלאזיא כמעט פארזיכערט מיט ווידערוויילונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל