אריזאנע – דער געוועזענער אריזאנע שעריף דזשאו ארפייא איז געפונען געווארן שולדיג אויף קרימינאלע קלאגעס פאר'ן נישט איינהאלטן א געריכט פארארדענונג איבער אימיגראנטן. דער שולד אורטייל איז איבער דעם וואס אן אריזאנע סטעיט געריכט האט פארארדענט שעריף ארפייא אפצושטעלן א פראגראם דורך וועלכע ער האט געהייסן זיינע פאליציי אפיצירן אונטערזוכן מאטאריסטן פאר זייער אימיגראציע פאפירן. דאס געריכט האט דערקלערט אז די פירונג איז דיסקרימינאציע און איז אומלעגאל, אבער שעריף ארפייא האט נישט אויסגעפאלגט דעם געריכט אורטייל, און יעצט דערווארט אים א שווערע טורמע טערמין. ארפייא איז געווען א שטארקער שטיצער פון פרעזידענט טראמפ, און טראמפ האט אים אויך אינדארסירט פאר ווידערוויילונג. ארפייא האט אויך אויפגעטרעטן ביי טראמפ ראליס אין אריזאנע, אבער ער האט פארלוירן ווידערוויילונג ביי די פארלאפענע וואלן אין 16'.

בילד: געוועזענער אריזאנע שעריף געפונען שולדיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל