אריזאנע – צוויי באזונדערע אינצידענטן האבן פאסירט אין פיניקס, אריזאנע, וואו קליינע קינדער זענען געשטארבן אין הייסע קארס, בלויז אפאר שעה אפגערוקט איינס פון די אנדערע. איין פאטאליטעט איז געווען מיט אן איין יעריג קינד און די צווייטע מיט א זיבן חדשים'דיג קינד. אין ביידע פעלער האבן די עלטערן פארגעסן די קינדער אין די קארס. אויטאריטעטן אין פיניקס האבן באנייט זייער ווארענונג צו עלטערן, זיי זאלן זיכער מאכן אז מ'זוכט אונטער די קאר בעפאר׳ן פארשליסן, און די צוויי טראגעדיעס האבן געברענגט א פרישן שטופ ביי לאקאלע רעגירונגען איבער'ן לאנד אויפצוקומען מיט נייע רעגולאציעס און טעכנאלאגיעס וויאזוי צו פארמיידן פון עלטערן צו פארגעסן די קינדער אין קאר.
אין ניו יארק, האט מען געזען א קאמפיין פונעם ארטאדאקסישן ניו יארק סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער הי"ו וועלכער האט פארשפרייט שילדן אויף געשעפטן, מיט דער פראגע "צו האט איר געברענגט דאס קינד?"

אין ניו יארק, האט מען געזען א קאמפיין פונעם ארטאדאקסישן ניו יארק סטעיט סענאטאר ר' שמחה פעלדער הי"ו וועלכער האט פארשפרייט שילדן אויף געשעפטן, מיט דער פראגע "צו האט איר געברענגט דאס קינד?"

הוסף רשומת תגובה