קאליפארניע – די אמעריקאנער פעדעראלע רעגירונג האט זיך נעכטן פאראויסגערוקט מיט'ן פראיעקט צו בויען די לאנג-דערווארטעטע גרעניץ וואנט וואס פרעזידענט טראמפ האט פארשפראכן. איינס פון די פראבלעמען מיט א פלאן צו בויען א וואנט לענגאויס די גאנצע גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא, איז דער פאקט אז טיילן פון דער גרעניץ באשטייט פון טייכן און אנדערע פלעצער וועלכע זענען באשיצט אונטער ענווייראמענטאלע רעגולאציעס אז מ'קען דארט גארנישט בויען. צו קענען אנהייבן בויען די וואנט, האט די פעדעראלע רעגירונג נעכטן באשטעטיגט אז די ספעציעלע ענווייראמענטאלע באשיצונג סטאטוס אויף פופצן מייל לענגאויס דעם גרעניץ, נעבן סאן דיעגא, קאליפארניע, איז געווארן אראפגענומען, און יעצט וועט מען קענען אנהייבן מיט די פאקטישע בוי ארבעט, אהערצושטעלן גרעניץ ווענט אויף פרישע פופצן מייל.

בילד: רעגולאציעס טויש צוליב גרעניץ וואנט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל